Konstitucija: Jidiš (YI)
Užupio Respublikos Konstitucijos tekstas: Jidiš.
Credits: Užupio fotoarchyvas
זאַרעטשער רעפּובליק — קאָנסטיטוציע
Constitution of the Republic of Užupis — Yiddish
- אַ מענטש האָט רעכט צו לעבן בײַ דער װילענקע, און די װילענקע צו פֿליסן לעבן דעם מענטשן.
- אַ מענטש האָט רעכט צו הײס װאַסער, באַהײצונג אין װינטער-צײַט און אַ דאַך מיט דאַכלקעס.
- אַ מענטש האָט רעכט צו שטאַרבן, אָבער ס'איז ניט זײַן חובֿ.
- אַ מענטש האָט רעכט זיך טועה צו זײַן.
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן אַ יחיד-במינו.
- אַ מענטש האָט רעכט צו ליבן.
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו זײַן געליבט, אָבער ס'איז ניט קײן מוז.
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײן נישטיק און אומבאַקאַנט.
- אַ מענטש האָט רעכט זיך צו פױלן אָדער גאָרניט צו טאָן.
- אַ מענטש האָט רעכט ליב צו האָבן אַ קאַץ און איר אָפּצוּהיטן.
- אַ מענטש האָט רעכט זיך אָפּצוגעבן מיט אַ הונט ביז אײנער פון זײ שטאַרבט.
- אַ הונט האָט רעכט צו זײַן אַ הונט.
- אַ קאַץ איז ניט מחויבֿ ליב האָבן אירע בעל-הביתּים, אָבער איז מחויבֿ זײ צו העלפן אין שװערע צײַטן.
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו װיסן זײַנע חובותֿ.
- אַ מענטש האָט רעכט צו ספקנען אָבער ס'איז ניט זײַן חובֿ.
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן גליקלעך.
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן אומגליקלעך.
- אַ מענטש האָט רעכט צו שװײַגן.
- אַ מענטש האָט רעכט צו גלױבן.
- אַ מענטש האָט קײן רעכט ניט צו זײַן רציחהדיק.
- אַ מענטש האָט רעכט מקײם צו זײַן זײַן גרױסקײַט צי זײַן נישטיקײַט.
- אַ מענטש האָט קײן רעכט ניט אַרויסצוטרעטן קעגן דער אײביקײַט.
- אַ מענטש האָט רעכט צו פאַרשטײן.
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו פאַרשטײן.
- אַ מענטש האָט רעכט געהערן צו פאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן.
- אַ מענטש האָט רעכט פײַערען צי ניט פײַערען זײַן געבורטסטאָג.
- אַ מענטש מוז זיך דערמאָנען זײַן נאָמען.
- אַ מענטש קען זיך טײלן מיט דעם װאָס ער האָט.
- אַ מענטש קען זיך ניט טײלן מיט דעם װאָס ער האָט ניט.
- אַ מענטש האָט רעכט צו האָבן ברידער, שװעסטער און עלטערן.
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן פרײַ.
- אַ מענטש איז פאַראַנטװאָרטלעך פאַר זײַן פרײַהײַט.
- אַ מענטש האָט רעכט צו װײנען.
- אַ מענטש האָט רעכט צו זײַן קרום פאַרטײַטשט.
- אַ מענטש האָט קײן רעכט ניט צו באַשולדיקן אַן אַנדערן.
- אַ מענטש האָט רעכט זיך צו פירן פּערזענלעך.
- אַ מענטש האָט רעכט ניט צו האָבן קײן שום רעכט.
- אַ מענטש האָט רעכט ניט מורא צו האָבן.
- זיג ניט.
- קעמף ניט.
- גיב זיך ניט אונטער.
Source: Žydiskai konstitucija.txt